歌词
מיר בעטן דיר א תפילה מפורשת
ברכנו בברכה המשולשת
האמורה מפי אהרן ובניו כהנים
אין בית המקדש אין יענע זמנים
השי"ת וועט בענטשן צום גיטן
וישמרך דיר אפהיטן
דער גאנצער קהל וואס שטייט אינדערמיטן
זאל געבענטשט ווערן
יאר ד' פניו אליך
לייכטן דיין פנים ויחנך
דערהייבן דיר ארוממך
חן פארמערן
געבענטשט זאלסטו זיין באקומען די כללים
פרידן אויף דיר אין דיינע אוהלים
וישם לך שלום
נאר פרידן
בזכות אברהם דערמאנען מ'מוז
יצחק און יעקב זכור ברית
ווען ווילן מיר שוין האבן דעם זכות
מ'וועט בענטשן אידן
יברכך ד' וישמרך,
יאר ד' פניו אליך ויחנך,
ישא ד' פניו אליך וישם לך שלום
ווען די בית המקדש איז געווען אין איר פראכט
איידער מען האט דעם בית חרוב געמאכט
מ'פלעגט עולה רגל זיין שלש פעמים
מקריב געוועזן עולות ושלמים
אלע אידן פון איבעראל
זענען געקומען קיין ארץ ישראל
כהנים האבן געבענטשט אויף אמאל
ווי שיין איז עס געווען
שלש רגלים א הערליכע זאך
מ'בעהט שערי שמים פתח
אלע אידן בענטשט מען דאך גלייך
ווען וועט מען דאס שוין זעהן
אלע כהנים נעמט מען צינויף
אויפן דוכן זיי גייען ארויף
זייערע הענט הייבן זיי אויף
אוי א הייליגע שעה
יראת שמים דאס הארץ עס שרעקט
ווען מיטן טלית מ'איז איבערגעדעקט
דער כהן רחמי שמים ערוועקט
יברכך
משחרב בית המקדש מ'איז נישט געווען ווערד
די הייליגע עבודה האט דאן זיך אויפגעהערט
דערמאנט מען נאר א זכר פון אונזער הייליג וואוין
אין יעדע בית מדרש'ל בענטשט דאך אונז דער כהן
כהנים ביים ארון הקדוש זיי שטייען
יעדע ווארט נאכן חזן זיי שרייען
אלע יודן געבענטשט ווערן גייען
יעדן'ס בקשה זיינעם
מ'פועל'ט דאך אויס איז נישט קיין שאלות
יעדער וויינט אונטערן טלית
צוזאמען קען מען זיך אויסבעטן אלעס
וואונטשן כהנים
באשעפער מיר בעטן אויף תחית המתים
יעדער וועט קומען מיט זיינע טליתים
דער כהן גדול אונז בענטשן הייסן
בבית מקדשך
ושם נשיר שיר חדש
כהנים און כהן גדול בראש
וועלן אונז בענטשן אין בית המקדש
יברכך
יברכך ד' וישמרך,
יאר ד' פניו אליך ויחנך,
ישא ד' פניו אליך וישם לך שלום...